Mudcat Café Message Lyrics & Knowledge Personal Pages Record Shop Auction Links Radio & Media Kids Membership Help
The Mudcat Cafeawe



User Name Thread Name Subject Posted
Monique This Land, in Yiddish (11) RE: This Land, in Yiddish 12 Apr 21


Lyrics copied from Felipa's YouTube link:

דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד פֿון װוּדי גאָטרי,

1940, פֿאַרטײַטשט פֿון ליבע גריץ און דניאל קאַהן
מיט חײם באָכנער, מײשקע אַלפּערט, און דזשאַש װאַלעצקי


כ'האָב מיר געװאַנדערט, אין אַ לאַנד אַ פֿרײַען
אַרױס פֿון מידבר, װי ממצרים
געזוכט אַ נײַעם ירושלים
דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר

רעפֿרען: דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד
דאָס לאַנד איז מײַן לאַנד
פֿון קאַליפֿאָרניע ביז עליס אײַלאַנד
פֿון די גרױסע אָזערעס ביז די ברײטע ימען
דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר

איך גײ אַריבער די בערג און טעלער
אַרומגערינגעלט פֿון זיסע קעלער
די ריטשקעס מורמלען, די פֿײגל זינגען
דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר

כ'זע אַ גרױסן מױער מיט אַ שילד װאָס װאָרנט
װיל מען אַרײַנעט, שטײט אַז מע' טאָר ניט
נאָר אױף יענער זײַט, שטײט דאָרטן גאָרניט
אָט איז די זײַט פֿאַר מיר און דיר

גײ איך מיר װאָגלען, די זון פֿון אױבן
נאָר בײזע װינטן צעבלאָזן שטױבן
דורך די טומאַנען הער איך געזאַנגען
דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר

אױף נאַסע גאַסן, אין טיפֿע שאָטנס
זע איך װי מענטשן בעטן נדבֿות
בײַ אַזאַ דלות, טו איך זיך קלערן
צי דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר

עס קען שױן קײנער אונדז ניט פֿאַרשטערן
די פֿרײַע װעגן אונדז ניט פֿאַרװערן
ניטאָ קײן צאַמען, ווען נאָר צוזאַמען
דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר


Post to this Thread -

Back to the Main Forum Page

By clicking on the User Name, you will requery the forum for that user. You will see everything that he or she has posted with that Mudcat name.

By clicking on the Thread Name, you will be sent to the Forum on that thread as if you selected it from the main Mudcat Forum page.

By clicking on the Subject, you will also go to the thread as if you selected it from the original Forum page, but also go directly to that particular message.

By clicking on the Date (Posted), you will dig out every message posted that day.

Try it all, you will see.